יום שלישי, ספטמבר 28, 2004

ווי אזוי עס איז אדורך די יו''כ אין סאטמער איז עפעס אינטערעסאנט געווען!!א ליצנות האט עס אויסגעזהען זאיס אינטערעסאנט צו ליינען:די צודרייטע זאך וואס זאלי האט געטאן ראש השנה ביי תקיעת שופר גייט נישט אראפ פון טיש, די זאלי'ס שעמען זיך דערמיט גפערליך.
צוליב אפאר טעמים
1 וואס האט זאלי געדארפט כאפן עס שטייט דארט די דיין שליט"א וואס קען נאך אזוי פיל לערנען און האט נאך אזוי פיל יראת שמים און איז נאך אזוי פיל ראוי ווי זאלי, די דיין שטייט מיט א קיטל און קען גוט בלאזן, דערנעבען שטייט ר' יוסף טייטלבוים שליט"א מיט א קיטל דער בעל תוקע ביי מוסף, וואס כאפסטו אריין א שברים לאז זיי בלאזן.
2 ווי זאלי האט זיך אנגעטאן די קיטל איז געווען ממש ווי פורים זיין קיטל האט נישט קיין קנעפלעך אזוי ווי די רבישע קיטל, מען טוט דאס אן ווי א העמד, ער שטייט אזוי אויפן בלעמער ער ווארפט זיך אראפ זיין טלית, טוט אויס זיין גארטל, און הייבט אויף זיינע צוויי הענט הויעך יעדער שטייט און קוקט וואס איז געשעהן מיט אים ער האט באקומען א נערווען בראך..?, רופט די הצלה..
פלוצלינג.. א קיטל פילעט אראפ אויף אים ווי פון הימל די בארד איז אים צופלויגען געווארן דערפון ער כאפט די שופר אין די האנט און טא טט טא ער בלאזט ער האט אריין געכאפט די שברים תקיעות... אזא מציאה עס קומט צו די תרועה די רבי נעמט עס אוועק פון אים צוריק.
3 ער האט נישט אנגעיאגט אנצוטאן די גארטל פאר גרויס יאגענישט און ווען ער איז אראפ געקומען האט ער נאך אנגעהאט די קיטל און יעדער האט געזעהן ווי זאלי האט געבלאזן אן א גארטל.
4 רוב ציבור האט נישט געוואלט הערן זיין בלאזן שופר און דאס איז די איינע טעם פארוואס ער האט יא געוואלט אריינכאפן און בלאזן.
אוזי קוקט מען אויס ווען מען כאפט אן א שייכעל!גאנץ אינטערעסאנט הא! אויך הער איך אז אין וויזשניץ ב''ב האט מען פארברענט ישראל'ס הויז . אין פאלציי פארשט איצט אויס די גאנע מעשה און לאמיר נישט פארגעסען אז אין 2 וואכען קומט די פאר די סאטמערע חתונה אינעם נעיווי יארד, געדענגט איר נאך?! פארפאלען די פאמפע ווי די פאריגע חתונה פון אהרן איז נישט דא.

יום שישי, ספטמבר 24, 2004

גמר חתימה טובה

ווי עס קוקט אויס האלט איך שוין נאכ'ן ערב יום כפור דאווענען און פארשטייט זיך אז איך האב שוין אריינגעטרעטן אין יום הקדוש, איז וועגן דעם וויל איך נישט שרייבן קיין לשון הרע, אבער וואס איך וויל איז, איבערבעטן אלע מיינע קלאגען אין בלאקער, אין זיי וועמן איך א שלעכטס געטוהן דא אויפן געוועבכץ און אויף וועמען איך האב דא בארעדט, וויל איך אים איבערבעטן במחילה גמירה און איך האף אז ער וועט מיך זיכער מוחל זיין, און איך וויל טאקע דא געבען א ברכת גמר חתימה טובה פאר יעדעם איינעם, און האפנטליך וועט שוין זיין נעקסטע יאר א תהא שנת סוף המחלוקת אין תהא שנת סוף הטעראר אין האטס מיר אלע א גוט געבעטשע און אויסגעבעטנע זיסע יאר

יום שני, ספטמבר 20, 2004

אנטולדיגט אידן אבער ווי עס קוקט אויס האב איך נישט באקומען ביזדערווייל מיין אפדעיט וועגן וואס עס האט זיך אפגעטון אין סאטמער אין צו די זיצען זענען פאקויפט געווארען אדער עס איז געווען פיל צו ליידיג די ביהמ''ד, אבער וואס איך ווייס יא איז אז למעשה האט י סאטמערע רבי יא געדאוונט ביים עמור סיי ביי סליחות ערב ר''ה און סיי מוסף ביידע טעג... [מען קען קיינמאל גארנישט וויסען..] און ביי וויזשענצע רבי אין א''י האט מענדל געדאווענט שחרית די ערשטע טאג אין ישראל מוסף די ערשטע טאג און שחרית די צווייטע טאג , אין מנחם ערנסטר מוסף יום שני, די רבי האט פארגעזאגט די לדוד מזמור ביידע טאג, חוץ פון דעם האט די רבי נישט געדוואנט ביים עמוד גאנץ ר''ה, [און ווער עס קען מיר אפדעיטען וועגן סאטמר ביטע זיי מיר מודיע, א דאנקע

יום ראשון, ספטמבר 19, 2004

ב''ה דו ר''ה איז שוין אדורך געגאנגען דו לאנגע תפילות איז שוין האלבוועגס אדורך [זאיס נאך דא א יו''כ...] זאיס אינטערעסאנט אז די אלע וואס האלטען אז זיי כלופריש קענען. ווען זיי גייען צו זיי ציען די תפילות אזוי לאנג אז עס איז ממש נישט אויס צוהאלטען, און די וואס האלטען אז זיי קענען נישט אוי שיין די ציען נישט אויס י תפילות מיט די גרויליגע צי אכטס, זיי זענען שיין, די ר''ה די צווייטע טאג האב געדאווענט איו א ביהמ''ד ווס ביי שחרית איז צו געגאנגען א פרישע אינגערמאן [סאי'ס אינטערסאנט ווייל געעוענדליך די פרישע נייע יונגעלייט האלטן אז זיי קענען עפעס מוראדיג, וואס געווענדליך קענען זיי גארנישט] וואס ער האלט אז ער קען נישט, און ער האט געדאווענט א מחיה אן גיין לאנגע געשעפטן נאר שיין און צום זאך, און ביי מוסף איז צוגעגאנגען אויכט א אינגערמאן, אבער נישט צו פריש שוין באלד אין די 30 יארן, און ער זיך נעבעך איינגערעדט אז ער קען אין זיין גרוילגע צי אכטס האט מיך געמאכט גיין אין ביה''ס, און צו מיין מזל האט אים די גבאי גיזאגט אז ער זאל זיך צי יאגען, אין אזוי האבן מיר גענדיגט בערך 10 מינוט נאך 3, אין גראדע די ערשטע טאג אב איך געדאווענט אין אנדרע שול און ביי שחרית איז די בעל תפילה ניט געווען שיין אבער ער האט נישט געצויגען! מאכט זיך אמאל אזעלכע אויכע...
אבער די אונעטרשטע שורה איז אז מיר אלע האבן זיך אויס געבעטן א גוט געבענטשט יאר און איך ווינטש אלעמען א גמר חתימה טובה

יום רביעי, ספטמבר 15, 2004

ברכת כתיבה וחתימה טובה

צום אנפאנג פונעם נייעם יאר אין וואס אינזער/אייער בלאג איז קוים געעפנט געווערען האט עס שוין געמאכט א רעוואלציע אינעם עולם הבלוק! ב''ה געדאנקט דעם באשעפער, און דאס וואס מענטשען קריטקרין אונז ווייזט אונז ווי שטארק אונזער בלאג איז געווארען! אין צו דעם ווילען מיר אנווינשען אלע שרייבערס,קעמאנטארן,קוקער'ס,קרטיקרער, און גאנץ כלל ישראל א כתיבה וחתימה טובה ושנת וגאולה וישועה!

צו פארקופן: זיצען אין סאטמאר-ראדני פאר שפאט ביליג

די זונטאג פארטאגס ביי סליחות אין סאטמאר-ראדני איז עס געווען געפאקט עד אפס מקום, ווי טויזענטער סאטמערער חסידים זענען געקומען הערן דעם רבין ר' משהלע אבער צום שאק פונעם עולם האט די רבי געהייסען למן לייב צו צוגיין צים עמוד, און זלמן לייב האט זיך אפגעזאגט פון נישט צוגיין אבער די רבי האט געהייסען אז זלמן לייב זאל צוגיין ווייל ער האט נישט קיין כוח, און פארשטייט ווי נאר די עולם האט געהערט זאליס קול איז האלב ביהמ''ד געווארען ליידיג.., אבער קיין זיג פאר די זאליס אז עס נישט געווען ווייל נאכען הערען אז די רבי וועט נישט דאווענען ביים עמוד , מיינט איז אז ר''ה וועט די ר' מסתמא אויך נישט צוגיין איז וואס דארף מען דאווענען אין ראדני? צו הערן זאלי'ס קול? דאס זענע נאר דא 200 חברה צו ווינגער וואס זענען אינטערעסירט און אים, איז פון די 1500 זיץ פלעצער בלייבט א חוזק... וועגען דעם גייען זיי אראפ ציפען בערך 500 זיצען פון ראדני ביהמ''ד אין א ז די ווילסט קויפן זיצען קענסטו נאך קויפען פאר שפאט ביליק. וואס אין סאטמר-הופער איז עס שוין אלע זיצן פארקויפט! פארטייט זך אז דאס דאוונען פון זאלי ביים עמוד איז נאר א דורכפאל, און נישט קיין ווינטער אז ער האט זיך אפגעזאגט פון וועלען צוגיין.
אין צווייטע דורכפאל פון די זלונים אין די וואך איז געווען אז אהרן איז אריין צום טאטע זיך ווינטשען א גוט יאר, און צו מזל איז משה גבאי געווען שיכוערן ביי א הכנס''ת אין אזוי איז אלעס ב''ה אדורך בשלום [חוץ וואס מ'האט נישט אריין געלאזט אהרן הויז בחור]

יום שלישי, ספטמבר 14, 2004

וואס איז מיט די גרויסע סאטמערע חתונה?

רבותי האפנטליך זענען אלע פראבלעמען אוועק אין בעזהשי''ת ווען מען זיך קענען זעצען שרייבען.
מסתמא ווייסט דער עולם אז אין בערך 4 וואכען ארום קומט פאר די גרויסע סאטמערע חתונה פון א אייניקעל פון ר' אהרן אינעם נעיווי יארד, און פרשטייט זיך אז פאר חתונה פון אהרן, און נאכמער-דאס די ערשטע אייניקיל פון אהרן וואס האט חתונה- וואלט עס געדארפט זיין מיט די גרעסטע פאמפע און טראסק מיט'ן גאנצען הא-לא-הא-לא. אבער צום ווינדער עט מען נישט אינעם בלאט קיין שום מעלדונג אדער באריכט וועגן די חתונה, וואס ביי די פאריגע חתונה פון אהרן וואס איז אויך פארגעקומען ר''ח חשון איז שוין גלייך נאך תשעה באב געווען פיל מיט מודעות אין באריכטען וועגען די חתונה, אבער דא איז צום ערשטען געווען א קליינע באריכט און מודעה פונעם חתונה, חוץ פון עפעס א נייע מינע מאדנע/ליצנות זאך ווי א טעלע קאנפרענץ... אבער חוץ דעם גארנישט? [וואס די חתונה איז אין אמת נאך גרעסער פון די פאריגע ווייל דאס איז די ערשטע אייניקעלס חתונה פון ר' אהרן!],
נאר ווי איך פארשטיי אזוי ווי דאס איז א זון פון מענדל, איז ווילן מען אים נישט גרויס מאכען אין ווי אויך איז דא אסאך פון די אהרונים וואס האלטען פון נישט, איז אויכט קען מען זיין ביי די סאמערע גרויסע ביהמ''ד אויף 13 הופער ווי ער דאאווענט דארט און פירט ש''ס, וויל מען אים אויכט נישט מאכען פאר רב וועגען די סיבה אויבןדערמאנט, און בכלל איז ער אדורכפאל, קוקטס ביי די מעשה אין אנטווערפען ווי ער איז געגאנגען פון אמאליגען אב''ד סאטמער... און בכלל קומט ער נישט צו צו א פינטעל פון זיין טאטע ער זוכט צו סאך כבוד, בקיצור המעשה ער איז נישט צום זאך. איז וועגען דעם ווילן מען נישט מאכען די חתונה צו גרויס... אבער מען מיז עס מאכען גאנץ גרויס עס זאל כאטש נישט זיין קיין דורכפאל פאר אהרן, ווייל זאיס דאך א די ערשטע אייניקעל פון אהרן.
און סאיז אויך מעגליך צו זאגען אז זיי ווילען מאכען דעם גרעסטען פאמפע וואס זאיז נאר שייך ביי אהרן'ס לעצטע קינד וואס איז באלד 18 איז ווילען זיי לאזען די מעין פאמפע דעלמאט'ס. ימים ידברו.
document.write('
Free polls from Go2poll.com

יום שישי, ספטמבר 10, 2004

hey guys vote!! by clicking here.

יום שלישי, ספטמבר 07, 2004

bush rocks the nation

in his well prepared speach bush gave a good layout on his futre term on what he plans to do the next 4 years as president, and the best part what i thing, was what he said on terrisem and the war against our enemys, well about isreal i tought he will be more open and talk more extreme like rudi on monday, but he described isreal as a friend and isreal should leave in peace, (like always when he talkes to the nation about the futre of the u.s., like the state of the union adress, etc.) well thats better from kerry that talked nothing about isreal! well thats it about the speach... i thing so.. =what do you say about the speach?
if any one knows how to tybe in hebrew on this blog please let me know, so as soon i could tybe in yiddish i will start will long awaited satmer politics, so tay tuned!!

יום שני, ספטמבר 06, 2004

we got it

רבותי!! ענדליך האב איך יודש אין א מזלדיגע שעה!! בקרוב...
***סאטמערע פאליטיק***
נ.ב. זיידס אפטעיטעט

יום חמישי, ספטמבר 02, 2004

watch bush tonight

well today is the day. bush will accept another 4 years at the madison sqare garden. and he will give a drmatic speach!! not to be missed. and chek what he will talk on the israeli issue and tell me what you thing.
dont forget tonight at 10:00 pm to hear bush speak. on every major network abc.cbs.nbc.fox. and on cable fnc.cnn.msnbc. and more. dont miss it!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! (radio stations 770,820,1130am)

יום רביעי, ספטמבר 01, 2004

gulani gives dramatic speach!!

at his very good speach, he bring it out that yassir arafat is a terrosit! before 15,000 media staff, and remenber that know one in the white house etc. & worldwide goverments said ever that arafat is a terrosit, they said only that he is not a pease partner or not honest, but a terrosit!!!!! no one even the media (including the right wing) dont descibe him a terrosit. and that he said it!!! this is something!!! and he also talked about in suuport of the wall in isreal. and about the isreali sports team that was killed at the olymbic games. well All this said, i thing he is the best isreali friend/supoorter in the u.s.a. (and ofcourse in the world.) and him runnig for the senate or even the presidend is the best thing isreal can ever have.
and what do you say about him and who do you thing is suuportive on isreal?
(p.s. after the convention we will start talkin about the satmer politcs, dont miss it!! staring sunday sept 5 at night, dont forget!.)


Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com