יום שישי, אוקטובר 29, 2004

אידן פאר בוש

ווי דער עולם האט שוין מסטמא געהרט, אבער נישט דערהערט, אז בלויז אין געציילטע טעג קומט פאר די וואלען פאר די פרעזידענט פון אמריקא, יעצט אי די שאלה ווער וועם שטימט מען? אבער עס איז נישט קיין שאלה בכלל ווייל די עס האט זיך ארויס געוויסען אז בוש איז די ריכטיגע פירער, און ער מיז ווערן צורק עלקטאט צום פרעזידענט, ווייל קערי איז א סכנה פאר סיי די אידן און סיי פאר אלע אמעריקאנער, לאמיר איך אייך פרעגן א שאלה איז דא אנטסימטיזים אין א מריקא? ליידער איז די תירוץ יא, אבער ווי פארשטייט זיך קומט עס נישט צו פראנקפרייך, אבער איר ווייסט פארוואס אין אמריקא איז נישט דא די אנטסימעטיזים ווי עס איז דא ווי אין פראנקפרייך אין אלע אנדרע אייראפעשיע לענדער, ווייל אין אמריקא איז נישט קיין 5 מילאן אראבער ווי אין פארנקפרייך, פארוואס? ווייל אין אמריקא קען נישט אריינקומען וווער עס וויל אין אלע אטראבער ווערן שטערנג נאכגעקוקט פארזיי ווערן אריינגעלאזט, און טאמיר קערי ווערט פרעזידענט וועט ער נישט זיין אזוי שטערנג מיט די אראבער און מיליאנען -יא קיין חלום מיליאנען- וועלן אריינקומען קיין אמריקא אין די אנטיסמטיזים וועט באלד זיין אזוי שטארק ווי אין פראנקפרייך אין אויכט וועט די אראבישע שטומע ווערן געשטארקעט אין זיי וועלן קאמפיינען אגעקן מדינת ישראל, אין נישט נאר דאס נאר קערי אליין איז פרא-פאליסטין און שטעלט אייך פאר קערי איז אין די ווייסע הויז, די גאנצע פרא-ישראל וואס בוש איז יעצט וואס איז נאך קיינ מאל נישט געווען אזוי שטארק, וועט אוועק גיין מיט קערי, און אויכט אז דער טעראריסט יאסיר אראפט האט געהייסען פאר די אמעריקאנער אראבער צו שטימען פאר קערי! איר ווייסט וואס דאס מיינט? די טעראריסטן האלטען אז בוש איז נישט גוט פאר זיי אין קערי יא! געוואלד! קערי וועט זיין גוט פאר טעראריסטען, ווי אזוי קען איינער שטימען פאר קערי? דאסמיינט אז ער שטימט פאר א קאנדידאט וואס די רוצחים די פאליסטענער ימ''ש זענען באקוועם! קען מיר איינער מסביר זיין ווי אזוי 50 פראצענט פון די אידן זאגען אז זיי גייען שטימען פאר קערי? עס גייט זיי נישט אן אז אידן ווערן געהרג'ט אין ארץ ישראל? עס איז נישט צו פארשטיין, אבער איך קען זיך אביסעל באראיגען ווייל רוב אידן וואס מען פרעגט אויס אין די אקאנטע זענען אדער רעפארמער אדער קאנסיווערטער פרייע ליבראלע אידן, וואס גייט זיי נישט אן וואס עס געשעהט מיט אונזערע ברודער אין ארץ ישראל, [און בכלל זענען די ליבראלע פרייע אידן אויסגעשבראכען אקעגן יעדע זאך וואס האט צו טוהן מיט רעליגע ווי למשל סקול וואטשער'ס וואס זיי זענען אקעגן זייער שארף ווייל עס מאכט אז די רעגרונג שטיצט רעליגע און דאס זענען נישט קיין ליבראלע גרופעס, נאר אידן… (פארשטייט זיך נאר רעפארמער וכו') און דאס איז אויך גיט אז בוש שטיצט סקול וואטשערס און קערי נישט,] און מיר קען עס נישט דורך לאזען, ווייל אונז גייט יא אן וואס געשעט צו די אידן אין ארץ ישראל, און מען טאר נישט לאזען קערי פירען די ישראל קאנפליקט ווייל אויב יא וועט ער זיין נישט אזוי גענויגט צו ישראל, און עס קען זיין א גרויסע קאסטראפע, ווייל ביזדערווייל איז כמעט אלע לענדער גענויגט פאר די פאליסטנער, און טאמיר אמריקא וועט נישט זיין שטארק גענויגט פאר ישראל וועט ישראל נישט האבען קיין דיפענטער און מדינת ישראל וועט זיך געפינען אין א פלאץ אן קיין שטארקע שטיצע, און מען וועט נישט קענען געהריג אויסראטען די טעראריסטען, און וועט געשען טאמיר מען געט א גרינע ליכט פאר די כאמאס'ניגער און זיי נישט אויסראטען דארף מען פאר קיינער נישט מסביר זיין, די יאר 2002 איז אריין אין א ביטערע היסטריע און די עולם היהדות, און דאס טאר זיך נישט איבער חזר'ן אין מיר דארפען אויסראטען אלע טעראריסטען, און נאר בוש לאט דאס טון, און יעצט לאמיר גיין ווייטער "די מלחמה אין איראק" ווי אזוי קען איינער טהנען אז מען איז געגאנגען וועגן אויל? ערשטענס יעצט זעט מען אז פון די אויל האט מען כמעט גארנישט, און אפילו אז נישט מען איז דאך געגאנגן צו דיך באשיצען! אז סאדאם כוסעין זאל נישט האבען קיין נוקאלער וואפען און דיך הרגנען, און דאס אז מהט עס נישט געטראפען מיינט גארנישט וויל ערשטענס קען זיין אז ער האט עס פארניכטעט, אדער געגעבן פאר סיריע וכו' צו באהלטען, און אפילו נישט ער האט דאך געוואלט האבען און ווען מען ווארט ווען צו לאנג וואלט ער עס שוין געהאט, און טאמיר ער האט עס יא איז עס סכנה פאר אלע אידן אין אמריקאנער בכלל, ווייל ער קעןעס ווארפען אויף ארץ ישראל און ווייטער דארף איך שוין נישט שרייבען, און געב א קוק אויף די רציחות וואס ער האט אפגטוהן: פארגאסט איבער 500,000 טויזענט געהרגט מיט מיתות משונות פאר אלע זיינע געגנערס, געשאצט אז ער האט געהרגט איבער א היבשע מיליאן מענטשען, און א זא מענטש צו האבען אויפן כדור הארץ איז א סכנה, זיין גאנצע לעבן איז צו הרגנען מענטשען, קוקטס אויף די ישראל קאנפליקט, ווי ער האט צוגעזאגט 25,000$ פאר יעדער פאליסטנער וואס רייסט אויף, ד.מ. ער איז גרייט צו באצלען מיליאנס צו הרגנען איזרעליס, און טאמיר ער ווען נוקלאר, וואלט ער זיכער געווארפען פריער צו שפעטער, און מען קען טאקע זען אז זייט ער אראפ פונעם בענקעל איז די זעלבסמערדער דראסטיש געפאלען, און און די לעצטע חדשים זעט נישט זעלבסמערדער, וואס שטעלט אייך פאר סאדאם איז נאך אלץ אין בענקעל, (וואס ווען קערי איז פרעזידענט וואלט נישט געטוהן) וואלט מען געזעהן נאך אסאך זעלסמערדער חס ושלו ם, און יעצט אז סאדאם רציחה-רעזשים און שוין היסטארי, און עס וועט ווערן א געהריגע דאמאקטריע, אפילו מען זעט אז די טעראריסטשע גרופעס ווילען מאכען א חורבן מיט זייערע וואפן, מיינט נאך גארנישט ווייל יעדע גיטע זאך און בפרט אזא זאך וואס וועט נישט נאר האבען אן אפעקט אויף איראק נאר אויף די גאנצע מיטל מזרח, און ווי מען קען זען מיט ליביע וואס האט אויפגעגבן זייערע נוקלאר וואפען אן אפילו זיי סטראשנען! קאסט אפ דמים תרתי משמע, זיי ביליאנען$ און זיי מענטשען פארלוסט, ווייל די איבער 1000 געהרגטע איז נאך אלץ בעסר ווי צו האבען סאדאם און הרגנען מיליאנען מענטשען, און קערי זאגט אז מ'דארף גיין מיט די יו-ען אין מיט די וועלט, ערשטענס: עס זענען דא קרוב צו 30 לענדער וואס זענען מיט געגאנגען, און וועם ווילסטו זאל מיטגיין? עגיבטען, סיריע, לבנון, סאודי אראביע, הא? מיט אלע אויסגעשבראכנע אנטי-ישראל אנטי-אמריקא? ניין מיט די אלע לענדער דארף מען נישט האבען זיי טויגען נאר צו קרטיקרען אלע זאכען וואס מדינת ישראל טוט, און אויסראטען טעראריסטען א רציחות ווערן זיי שוין פיינע מענטשען, און מיט אזאלכע פיינע?! לענדער טאר מען נישט מיטגיין.
און צו די יוען. ווער דארף האבען זייערע צושטימנג צו א מלחמה? זיי מאכען דאך (צוזאמען מיט פראנקפרייך) מיליאנען פון סאדאם, דורך די שוחד וואס סאדאם געט פאר די יוען אז זיי זאלען צומאכען זייערע אויגן ביים פארלעצן די אויל-פאר עסן-אפמאך, און אזא ארגענזאציע קען מען טראסטען? און נישט נאר דאס נאר איר ווילט הערן, רוב, יא רוב פון די אלע רעוולאציעס וואס די יו-ען האט דורך געפירט דאס יאר איז געווען אקעגן מדינת ישראל! און פון אזא מוסלומענער געפירט ארגענזאציע די יו-ען וויל קערי אז מען זאל פרעגן און פאלגען פאר מען גייט צו א מלחמה וכו', (אויכט ביי די טשערמאן פון די יו-ען יומען רייטס זיצט סיריע…) און יעצט לאמיר קיין צו איראן, וואס זייערע פירער וויל האבען א נוקלאר וואפען וואס טאמיר זיי האבען איז א סכנה שאין כמוהו, וואס זיי קענען סטראשען זיי מדינת ישראל און זיי אמריקא , און מען וועט שוין גארנישט קענען טוהן, און טאמיר מען פאלגט זיי נישט קענען זיי וואפען א נוקלאר באמבע אויף ישראל, און ווייטער שטעלט אייך אליין פאר, און קוקט וואס קערי זאגט: ער וועט לאזען איראן בויען א נוקלאר פאוינט און זען טאמיר ער ניצט עס נישט פאר די באפעלקרונג, (וואס די איראנער טהענען אז זיי בויען די נוקלאר פאוינט פאר עלקטארנישע באנוץ פאר די באלפערונג) געוואלד געשריגען! איר הערט? קערי וועט זיי לאזען בויען! און ערשט נאכדעם זען צו זיי ניצען עס נישט פאר די באלפעקרונג, די גולם און משוגנער: איין מאל איראן האט שוין נוקלאר גייט ער מער נישט דיך פרעגן ווייל איינמאל זיי האבען (וואס זיי ווילען פאר יעדע פרייז) וועלן עס שוין קענען שיסען אויך דיר! ווילסטו האבען די פחד וואס איז געווען אין קאלטע יארן קריג מיט רוסלאנד? וואס בוש וועט פאר קיין שום פרייז לאזען איראן האבען נוקלאר וואפען, סיי איך און זיי בוש וויל נישט שטארבען און מיר גייען נישט צרוק שלאגען נאכדעם וועס מיר זענען טויט, מיר וועלן זיי אומ-שעדליך מאכען פאר זיי ווילען אונז שעדיגען און הרגנען, און טאמיר איר זענט גרייט צו שטארבען און ערשט נאכען טויט צרוק שלאגען דאן שטימט פאר קערי, אבער אויב איר ווילט נאך לעבען און אומ-שעדליך מאכען די פיינד פאר זיי מאכען אונז שעדליך דאן שטימט פאר בוש, און לאמיר געבן אפילו א בליק אויפן עקנאמיע, די שטייער שניטען וואס מען האט דורךגעמאכט, האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין גוט, און די עקנאמיע איז אויף זייער גוטע גוטע רעלסען מיט איבער 100,000 נייע ארבעטער'ס יעדע חודש,
ביקצור המעשה עס איז א חיוב פאר יעדעם צו שטימען פאר בוש, אפילו און ני יארק ווי קערי גייט מימילא געווינען דארפען =אלע= אידן ארויסקומען אין מאסען שטימען פאר בוש, ווייל בוש וועט זען אז אין ני יארק און אויכט איבראל זענען אידו מכיר טובה פאר די אלע גוטס וואס בוש האט זיך ארויסגעשטלט צו זיין די בעסטע פרעזידענט פאר ארץ ישראל, און טאמיר חז ושלום עס וועט זיך נישט זען קיין ספעציעלע שטארקייט פון אידן פאר בוש וועט עס שטארק שאדען, ווייל פארוואס זאל בוש זיין גיט פאר ארץ ישראל אז ער זעט אז די אידן שטימען נישט פאר אים (זאל ער כאטש וויסען אז די ארדאקסשיע אידן מאכען אויס און די וואוטס), און וועלכע פרעזידענט וועט ווילען זיין גוט פאר ישראל ווען ער זעט אז עס טוט אים גארנישט אויף וויל די אידן מאכען זיך נישט וויסענדינג און מען שטימט נישט פאר די פרעזידענט וואס איז גוט פאר ישראל, און עס קען זיין אז ער וועט זיין גוט פאר די פאליסטענער (חס ושלום) ווייל ער וועט כאטש האבען די אראבער/מוסלומענער וואס וועלן שטימען פאר אים,
איז רבותי לאמיר אלע גייען אין די מאסען שטימען אלע פאר פרעזידענט בוש און זיך אלע שטארקען אין נישט לאזען חס ושלום קערי געווינען, ווייל עס וועט זיין א גרויסע קאטסראפע! און ספציעל פאר אלע ניו דשערסי אידן: גייט ארויס אין די מאסען שטימען ווייל אייער שטימע מאכט זייער אויס, און פארגעסט נישט דינסטאג פרשת חיי שרה א שאלה פון מעגליך טויט און לעבן, רבותי ספק פיקוח נפש איז דוחה אלעס, עז איז א מצוה צו שטימען פאר בוש די דינסטאג ---פארגעסט נישט---
ושמרתם מאוד לנפשותיכם

יום שישי, אוקטובר 22, 2004

ער''ש לך לך

אז די חתונה האט זיך שוין געענדיט איז אלעס איז שוין קלאר געווארען, יעדער וויסט שוין וויפל מענטשען עס איז געווען ביים חתונה, ווי שיין זאיס געווען וכדומה. אבער איין שאלה בלייבט נאך אום פארענפערט ווער האט געמאכט די געס לינק? זענען שוין די זלונים צוגעקומען צו אזא דיפרעססקייט אז זיי זענען שוין גרייט צו הרגנען און שעדיגן מענטשען, פילען זיי טאקע אז זייער גאנצע חיות פון ר' זלמן לייב האבן זיי פארלוירען, און זיי זענען זענען מקנה די ארונים אז זיי האבען אזא מעכטיגע מלוכה? ווייל זאיס אינטערסאנט מיט א 2 וואכען צורק שמיני עצרת האבן זיי דאך געהאט א נצחון! און דא קענען זיי טוהן אזא מעשה רשעות? אבער ווער זאגט אז זיי האבען עס אינגאנצען געטוהן? קען גאר זיין אז זיי האבן גארנישט מיט דעם, און ווי פארשטייט זיך וועט מען עס קיינמאל נישט עכט געוואר ווערן, זאיס אויך איטערסאנט צו באמערקן אז די מענדליסטען און זייער אפציעלע באריכטן, האבען צוגעגלייכט אז דאס וואס מיט טוט מיט די סאטמערע רבי טוט אויך מיט די וויזשינצער רבי-ב''ב, וואס זיי טענהן אז מען ברענגט נישט די וויזשניצע רבי אריין ווען מענדל איז נישט דארטן, סיאז אויכט אינטערסאנט אז די מענדליסטען פירען אן א קאמפיין אנטגעקןן דאס געבן געלט פאר די מוסדות איז זיי זאגען אז די געלט גייט פאר פאליטשע צוועגן, (פונקט ווי ישראל טעהנט אז די געלט פון די EU וואס גייט פאר אראפט גייט פאר די טעראריסטען, וואס איז למעשה אמת) ווי באנקט געפינט ר' ישראל יעצט דא אין אמעריקא ווי ער שאפט געלט פארן מוסדות,
ווי באקנט געפינט זיך רב שטיינמאן יעצט און אמריקא איז אין מאנסי גייט פארקומען א קבלת פנים פאר אים אין די אטריום פלאזא האט די הונגעריקע פופליסירי זיכער מיטן אנפירער משה בער בעק מודיע געווען אז זיי גייען מאכען א פראטעסט אגעקן אים! איך וויס איין סאך אז עס פעלט זיי אסאך שכל... למשל פאריגע וואך איז אין א יונערווערסטי (כמיין אין לאס אנגלעס) געווען א קאנפרענץ דורך א פאליסטענע ארגענזאציע וואס שציט טערער, האבן אסאך אידן ארויסגעקומען צו פראטעסטען אגעקן די קאנפערנץ. איז דעלמאטס דארטן ווי די אידן האבען פראטסטירט, איז געווען אביסעל מוסלאמענער וואס האבן פראטעסטירט אגעקן מדינת ישראל, איז צווישעין די מוסלימס איז אויך געווען די משה בער בעק מענטשען וואס זענען געקומען צו פראטעסטען אגעקן ישראל... ווי עס קוקט האבען די חברה נישט וואס צו טוהן מיט די צייט, און פאר אביסעל פופליסטי גייען זיי איבעראל! איז ווער עס האט פאר פאר זיי עפעס וואס צוטוהן אפילו מושגנע זאכען. און זיי גייען אויכט באקומען אביסעל כבוד זאל שיקען צו: 102 saadle river ,drive monsey ny 10952 יישר כוח למפרע

יום ראשון, אוקטובר 17, 2004

הסאטמרע חתונה

נו וואס זאגט דעם עולם צום גרויסען חתונה... לאמיר זיך נישט נערן זאיס געווען א ריזיגען הערליכען חתונה, צופיל הסברים דארף איך נישט געבען ווייל מסטמא האט שוין די עולם מער ווייניגער געהרט רוב פרטים פונעם חתונה, אבער למעשה די פאקט איז צו א גרעסערן עולם פון די פאריגע חתונה איז נישט געווען, די זאל די נעווי פלאזא איז בערך אזוי גרויס ווי די ארמארי (אפשר אביסעל גרעסער די נעווי פלאזא) אבער וועט מען באמערקט גיט זעהט מען אז די פאריגע חתונה איז געווען זאך שענער אהערגעשטעלט ווי ביי די איצטיגע. זיי ביים זאל אליינס און זיי אין קר''י, ערשטענס ביים זאל די מאל איז נישט געווען די 2 דריידלעך און עס איז נישט געווען די 3 טשענדלירס, אין די איינציגסטע קרוין וואס איז יא געוען איצט האט די לעקטער נישט געארבייט, אין ביי די חופה איז אויכט נישט געווען אזוי מעכטיג צוגעשטעלט ווי ביי די פאריגע חתונה, מיט די 3 שטאקן אין לייטס ארום די חופה, חוץ פינעם קרוין וואס איז די זעלבע ווי די פאריגע חתונה, אין אויכט אין קר''י וואס עס איז גארנישט דא, וואס ביי די פאריגע חתונה איז קר''י געווען הערליך באצירט! (למעשה איז טאקע סיי די אויפריף מיט די שבת ש''ב נישט געווען אין קר''י אבער ווב''ס זעהט זיך אויכט נישט אויס עפעס מוראדיג,) און בכלל ביי די חתונה איז גארנישט ארויס געקומען חוץ פון א טעיפ, וואס ביי די פאריגע חתונה איז ארויס געקומען 2 טעיפס אין אויך א האנטוך מיטן סימבאל פונעם חתונה ווי אויך היפשע ספרים/קונטרסים, וואס די חתונה זעהט זיך נישט אן, און בכלל די גאצע חתונה זעהט זיך נישט אזא מעכטיגען טראסק ווי ביי די פאריגע חתונה. וואס געדענקס דאס איז די ערשטע אור אייניקעל'ס חתונה און סאטמיר בכלל!! אבער ווי שוין דערמאנט אינעם ספטמר 14 ארכיוו איז דאס נישט קיין צופאל נאר היפשע א דווקא... אבער האפנטליך וועט ביי אהרן לעצטע קינדס חתונה זיין א טראסק שבטרסק!! אבער פאקטיש באדאם ליין, א מאסיווע עולם איז למעשה געווען אין אויף דעם קען מען גארנישט זאגען, און די שטיקעל דורכפאל ש''ת האט די חתונה איז טאטאל צונמין, אין ווי שוין אפאר טעג צורוג דערמאנט, = יא רבי נישט רבי ביי ר' אהרן מאכט עס גארנישט אויס, א מעכטיגע עולם איז געווען און עס האט אוועקגעקנאקט!! אין לאמיר זאלי לאזען פארען צוזאמען מיטען טאטע צום ביטש, און אונז וועלן מיר זיך דא פרייען מיטן גרויסע חתונה,

יום שישי, אוקטובר 15, 2004

באריכט בקיצור מסאטמערע חתונה=קבלת פנים בהשטאער, חופה היה פון ראדני ביז נאכן שאטער, די חתן איז געקומען צום חופה בבערך 9, די גאסן היה שחור מאנשים. מסידור קידשין-הגאב''ד, ברכה-ר' 'שראל הגר מב''ב, ברכה אחריתה-סקווירא רבי וגם היה בהחופב הטלוויזיע סטאנציע FOX5 און זיי האבן רעקאדירט החופה. בהנעווי יארד איז אויף דאך גווען שיינע לייטס מיט א קקליינע נייע סיין ביים אויפאן די סעידה איז געווען אין זאל אחר אינעם זעלבן בילדינק מען האט אויס געטיילט איבער 10,000 פארציעס,ר' אהרן הגיע בהזאל ב1130 והיה כל הזאל אנגעפילט געשאצט איבער 20,000 מענטשען, די אויפן אן איז געעון 3 שטאק והיה ר' 'שראל הגר מב''ב ובן ציון מבאבוב פאר וויזניצע רבי איז אריינגעקומען האט מע אויסגערופן ''בשם הגאב''ד קיינער זאל יעצט נישט כאפען קיין בילדער''

יום חמישי, אוקטובר 14, 2004

הסאטמערע חתונה

ווי דער עולם ווייס'ט קומט היינט-דארנשטאג נאכט פאר די גרויסע סאטמערע חתונה פון ערשטען אייניקעל פון אהרן, און ווי עס קוקט אויס איז שוין סאטמערע רבי געפארען צו פלארדיע ווי זיינע שומרים פונעם הויז תפיסה 550 בעדווארד עוו, טראגען אים יעדען אנפאנג ווינטער [פארשטייט זיך נאר ווען אהרן מאכט חתונה] צו פלארדיע , איז פארשטייט זיך צום חתונה וועט ער נישט קומען.., אבער ווי די ארונים שטעלן אן כאילו זיי דארפען די רבי צום חתונה, און מאכען גאנצטע יום תהלים היינט, און און זייערע שרייב מאטריעל/האטליין וכו' וויינען זיי כאילו זיי ווילען האבען די רבי מוראדיג שטארק ביים חתונה, און זיי בעטן פון די עולם אז מען זאל דאווענען אז די רבי זאל קענען קומען, בקיצור המעשה ווי עס קוקט אויס וויינען זיי מיט אזאכע קראקדיל טרערן אז איז א פחד, און ממש מען קען מיינען כאילו עס גייט זיי אין לעבן אז די רבי קומט נישט... אבער למען האמת וויינען זיי נישט אין הארץ בכלל נישט! די גאנצע זאך איז נאר א גיטער שפיל, נישט נאר זיי דארפען נישט די רבי, נאר זיי ווילען אים נישט האבען!, ווייל אויב קומט ער סאטמערע רבי צום חתונה, וועט גיין די גאנצע חתונה גייןפאר די רבי מיט אלע כבוד צוזאמען, און אהרן וועט עס נישט פירען, און זיי ווילען אז אהרן זאל הייסען אז ער איז רבי און ער פירט אלעס און די גענצע כבוד מיט די טראסק גייט פאר ר' אהרן [אבער געדענקט'ס פאר מענדלע קומט זיך גארנישט, אפילו ער זיכט רוב כבוד..],איז יעצט איז מיין שאלה אז איך פארשטיי נאך נישט פוו' זיי רופען אים נאכנישט אדמו''ד מקר''י... מיט וואס איז ער נאכנישט רבי אהרן?, אפשר ווייל טאטע לעבט נאך? איך ווייס נישט ביי מיר הייסט ר' משה טייטלבוים א לעבדיגע טויטע.., [און לאמיר זיך נישט נער'ן ווייל למעשה איז ער היינט -אהרן- סאטמערע רבי, ווייל זיין טאטע זיצט ליידער און הויס ארעסט, און זאלי קען נישט גיט פירען, אין אהרן האט למעשה רוב עולם, קיין גרויסע חכם דארף מען נישט זיין צו זעהן די פילע טויזענטער ביי אהרנ'ס הקפות, אין די קוים הונדערט ביי זלמן לייב] און די גאנצע שפיל פארשטייט יעדער איז נאר זיך צו מאכען פאר א רודף, אבער מיין מיינוג איז אז פאר די ארונים לוינט זיך ענדערש נישט צו מאכען א טראסק פון זיין טאטע, אפילו אז אפשר לוינט זיך איז וועגן די עולם וועט האלטען אז אהרן איז א רודף, (מען וועט נאך שמוסען וועגען דעם ענין אסאך), אבער למעשה לאמיר זיך נישט נערן, ר' אהרן וועט האבען א מעכטיגען עולם!! יא רבי נישט רבי, זאיס אלעס שטותים, די עיקר: ר' אהרן..., און פאר אלע זלונים א זייטיגע מודעה, אפילו עס גייט מארגען רעגנען, אין איר זענט אביסעל פרייליך, מאכט זיכער אז איר גייט נישט אריין אינעם זאל, אזוי אז ביז מארגען זאלט איר כאטש קענען שלאפען בשמחה, הצלחה רבה, מאכט זיכער אויב איר ווילט הערן די נייעס פון די חתונה צו קוקען דא בערך 2:30- 3:00 ביינאכט היינט דארנשטאג ווייל מיר וועלען בל''נ אפדעיטן די חתונהה דעלמאט'ס. *****שישו ושמחו בהחתונה הפאלטיק הגדולה*****

יום שלישי, אוקטובר 12, 2004

יו''ט בחצר רבויתנו

א גוטן נייעם יאר, ווי עס קוקט אויס האלטען מיר שוין נאך די לאנגע ימים טובים און מיר גייען שוין אריין צום לאנגען 6 חדשימדיגע ווינטער... איך וויל זיך אנטשולדיגען אז צלויב די 6 ברייטע ערשטע טעג יו''ט סעודות און די צווייטע טעג 6 ברייטע סעודות האב איך באקומען אסאך בויך ווייטאג איז האב איך נישט געקענט שרייבען ביז איצט,נו ווי אזוי איז אריבער אייער ש''ת... לעבט איר נאך, גאנץ אדער האלב, סאיז אינטערסאנט אז ש''ת איז געווארען א פאליטיק יו''ט, נישט נאר אין סאטמער נאר איבעראל! אין באבוב האט מען זיך ארום געשלאגען צווישען די רב הצעיר און אונגאר. מען האט אויפגעהאנגען צעטלעך אז די רב הצעיר וועט פירען טיש, און מען האט עס אראפגענומען, אין נאכדעם האט מען נאכאמאל אין יו''ט דורך גוים צירוק אויפגעהאנגען, און ביידע סיי אונגאר און די רב הצעיר האבן געפירט טיש שבת בראשית ביינאכט און למעשה האט די רב הצעיר געהאט קרוב צי טויזענט מענטשען אין אונגאר בערך 300 מענטשען.און ווישניץ ב''ב איז נישט אויכט געווען אזוי גלאט כשר... וועגן די סוכה וואס וויזניץ האט געבויט, די מענדליסטען טענהנען אז די סוכב אז נישט כשר וועגן עס איז געבויט ברשות הרבים, איז וואס גייט אן די מענדליסטען אז מעבויט ברשות הרבים זייט ווען זענען געווארען אזאלכע צדיקים, נאר מסטמא ווילען זיי האקען אויף ישראל וויפל מען קען אז ער עסט אין אן פסולע סוכה, אין די מענדליסטען האלטען אויך אז די רבי האט נישט געגעסן אין סוכה.. אבער למעשה ווען ישראל האט געפירט א באטע סוכת און נעילת החג האט ער געהאט א ריזיגע עולם, און אוך מיין אז וועגן סאטמער דארף מען שוין גארנישט שרייבען די עולם ווייסט שוין מסטמא גענוג אבער לאמיר הערן ווער האט געווינען!למעשה יעדער טענהט אז זיין זייט האט געווינען, איז ווער האט עכט געווינען..? אבער איך האלט אז ווען די ארונים וואלטען זיך נישט געלאזט פון די זלונים נאר צושטערט די אלע הקפות און איבערגעדרייט יעדען טאג די ביהמ''ד און פיזיש אנגעלערנט זאלי טעמאלטס וואלטען די ארונים געווינען, אבער ווי עס קוקט אויס האבען די זלונים מיט אזא עולם עפעס א נצחון געהאט, אבער די טעטנט פון אהרן מיט אזא עולם איז אויכט נישט אוועק צו מאכען.. בקיצור יעדער האט האלבוועגס געווינען.. , און יעצט גרייט מען זיך צום מעכ טיגען סאטמערע חתונה, נו עמיר זעהן צו די חתונה וועט דערהייבען די ארונים, [איך האף צו אפדעטען די חתונה גלייך נאך די חתונה בערך 2:30 ביינאכט]נו בקיצור ווי נאך איז געווען מחלוקת די יו''ט...

Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com