יום שישי, נובמבר 26, 2004

‫פרשת וישב

ווי איך האב געשריבען גלייך נאך די וואלען, אז 25 פראצענט פון די אלגמיינע אידן האבען געשטימט פאר בוש, וואס דאס איז א היבשע נידערלאגע, ווייל אז בוש איז געווען אזוי גוט צו ישראל, און מ'האט ערוואטעט מער, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז בוש האט אנגעצויגען מער ווי 25% ווייל די שאצונג איז גענומען געווארען דורך סי ען ען, וואס האט אויסגעפרעגט מענטשען ביים וואל פלעצער און נאר און צענטראלע שטעט, ווי למשל און ני יארק האבען זיי ווארשיינדליך בכלל נישט אויסגעפרעגט די אידשע וואוטער'ס, וואס רוב אידן האבן גשטימט פאר בוש, זיי האבען אויסגעפרעגט און א פלאץ און ני דשערסי, ווי ארדאקסשע אידן וואוינען נישט, איז ווי עס קוקט אויס קען זיין אז בוש האט אנגעצויגען מער ווי 30% ביי אידן! http://thejewishpress.com/news_article.asp?article=4411די גאנצע ארטיקל און ענגליש

יום שני, נובמבר 22, 2004

פרשת וישלח

‫ווי עס קוקט אויס ווערט סאטמאר היינט ווי לובאוויטש, ווייל אין לובאוויטש ביי יעדע זאך איז דא פאליציי, וואס וואטשען נישט וועגן סקיורטי וכודמה, נאר אז מ'זאל זיך נישט ארומשאלגען, ווייל דארטען שלאגט מען זיך איך 770 פונקט ווי סאטמר ש''ת, נאר כמעט יעדע וואך, איזוועגן דעם דא אין 770 רוב מאל פאליציי, וואס נעמען קער אז מ'זאל נישט זיך שלאגען, איז ווי עס קוקט אויס אין ראדני וועט פון הייט און ווייטער זיין שטענדיג פאליציי, און זיי וועלן פירען ארדנוג און ביהמ''ד, נישט די עסקנים...

יום שישי, נובמבר 12, 2004

פרשת ויצא

ווען מיר שרייבען די שורות יעצט איז שוין די די גאנצע סאטמערע קאורט קעיס שוין איינגעשלאפען, אבער לאמיר גיין אנקוקען וואס האט זיך אפגעטוהן די פאר יאר וואס עס האט זיך געצויגען און קאורט, ווען מיר קוקען צורוק 4 יאר צורוק איז די גאנצע שאלה פון די קאורט קעיס נאר געווען אז מען וועט צווינגען די זלונים צו גיין צו בי''ד, אבער אז די גאנצע סאטמרה שאלה זאל גיין צו די קאורט דאס האט שוין קיינער נישט געטראכט, אבער אין איין שטילע טאג איז עס געשען, מיט די אלע בושות וואס די ארונים האבען באקומען מיט גיין אין קאורט קוקט אויס האט זיך נישט אפגעצאלט ווייל די זלונים האבען ביזדערווייל געווינען די קאורט קעיס אבער דאס אז די ריכטער איז געווען אגאנצע צייט מיט פסק נאך פאר ארויסגעבן די פיינעל פסק מיט די זלונים וואלט עס געדארפט אנצינדען ביי די ארונים א ווארנוג אז די דזשאש איז נישט גוט פאר זיי, למעשה האבען די ארונים געבעטן א נייעם ריכטער אבער עס איז זיי נישט געגאנגען, איז יעצט א שאלה פארוואס האבען די ארונים נישט געקענט צו א הויכע קאורט מיט'ן טענה אז מ'כאפט אוועק סאטמער רבי פון זיין זוהן ר' אהרן ווייל ער קאלעכט? אבער קוקט אויס די מזל שפילט נישט מיט די ארוינים
אוך וויל יעצט אריבער גיין צו א מעשה פון דער בלאט: און חדשות אנ''ש האט א שרייבער געשריבען אז אין דער בלאט איז געווען א בילד פון א מגן דוד, (און עס איז טאקע געווען איין שרייבער וואס האט געשריבען אז מען דארף זיך נישט משוגה מאכען מיט א מגן דוד ווייל קיינער אינטערסירט עס מער נישט) און למעשה האט דער בלאט די וואך יא אויסגעמקט די מגן דוד, פארשטיי איך נישט, די בלאט מאכט זיך וויסדינג פון דעם? קיין איין סאטמערער גייט נישט סטאפען לייינען דער בלאט וועגן א מגן דוד, איז פארוואס קען נישט דער בלאט אפציעל אנפאנגען פרינטען מגן דוד'ס ביי א ארווערדייזמענט פון וועם האבען זיי מורא? פון דער איד אז עס וועט זיי אטאקין? עס וועט מימילא נישט אויסמאכען ווייל די זלונים וואס קויפען נישט דער בלאט וועלן עס ווייטער נישט קויפען און די וואס קויפען עס יא קויפען עס ווייל זיי ווילען זען וואס די ארונים שרייבען, און ווייטער קיין ארויני וועט נישט סטאפען און סיי סתם אסאטמערער וועט נישט סטאפען ווייל די גאנצע איסורדיגע מגן דוד וכו' איז שוין לאנג אינדערערד איז וועסט נאר פארדינען פון די אגודיסטען וואס וועלן עס שטיצען אדער אדווערטייזען, איז נישט בכלל דא וואס מורא צו האבען איז אויב אזוי פארוואס וועלן זיי נישט פרינטען קיין מגן דוד'ס וכו'? א גרויסע שאלה
מסטמא האט שוין די עולם באמערקט אז עס איז ארויסגעקומען א נייע אידשע צייטונגhttp://yiddish.bravehost.com אויפן אינטערנעט, איז ערשטענס ווינטש אך אים הצלחה רבה און איך האף ער וועט מצליח זיין, (וועגן דעם באריכות האפנטליך אן אנדרעןמאל) נאר איך וויל עם דאנקען פאר'ן לייגען א לינק פון מיין בלאק אויף זיין וועבסייד, וואס אויב די עולם האט באמערקט בין איך נישט געלינקט און קיין איין בלאק (חוץ פון דבר אחר-שכוח) ווייל עס קוקט אויס ווי דער בלאגס ווילען מיך באזייטיגען, אבער געדאנקט דעם באשעפער בין איך שטארק מצליח דא, און איך בעזהשי''ת וועל איך ווייטער מצליח זיין

יום שישי, נובמבר 05, 2004

פרשת תולדות-כולנו לבוש

עס איז נישט דא צו שילדערן די פרייד פון אלע היימישע חסידשע ארדאקסישע אידן מיט געווינען פון פרעזידענט בוש צו א 2טע 4 יאר, עס דארף טאקע באמערקונג ווערן אז א רעפובליקאנער פירער זאל באקומען כמעט אלע שטימען פון די ארדאקסישע אידן, פאריגעס מאל האבען בערך 65 פראצענט גשטימט פאר גאור אין 35 פאר בוש אבער דאס מאל האבען קרוב צו 90 פראצענט! ארדאקסישע אידן געשטימט פאר בוש! למשל אין ראקלענד קאונטי ווי א ריזגען היימשען עולם וואינט, איז צום ערשטען מאל זייט רעגען, האט א רופליקאנער געווינען, וואס 51 פראצענט געשטימט פאר בוש און 48 פאר קערי, אבער פאריגעס מאל האבען 60 פראצענט געשטימט פאר גאור, ד.מ. אז די היימישי עולם האט געמאכט אז בוש האט געווינען! אין ראקלענד קאונטי, וואס ביי היימישע דיסטריקטס איז געווען כמעט אלע בוש חוץ איינצלענע,
אין לאמיר גיין צו ברוקלין: אין די ני יארק טייימס איז געווען א מאפע פון ני יארק סיטי מיט אלע דיסטריקטס אן עס האט געוויסען אז אלע דיסטירקטס האבען רוב געשטימט פאר קערי אבער אין ברוקלין ביי די היימישע געגענטער ווי ב.פ. און פלעטבוש האט בוש געווינען! וואס דאס ווייזט א מוראדיגע זאך, אז די אידן האבען געשטימט איינער וואס גוט פאר ישראל און איז שטארק אקעגן טעראר, אבער ווי פארשטייט זיך האבען די ליבראלע פרייע רעפארמער אידן געשטימט פאר קערי, וואס ליידער זענען זיי די רוב פון אלע אידן אין אמריקא, איז וועגן דעם האט קערי געהאט א 70 פראצענט וואה האבען געשטימט פאר עם, (אבער נאך נישט די קרוב צו 80 וואס וואס גאור האט געהאט) און 25 פראצענט פאר בוש (די ארדאקסשע מאכען אויס 20 פראצענט פון אלע אידן)
איז ווי מיר קומען צורק צום אנפאנג זעט זיך טאקע אז כמעט אלע היימישע האבען געשטימט פאר בוש, וואס דאס איז א געוואלדיגע דעגרייכונג, אין עס ווייזט אז די היימישען עולם פאנגט אן צורוק צו באקומען דעם שכל און שטימען פאר די רעפובליקאנער,
אין איך זעה טאקע אז זיי דא אין זיי ביי היידפארק האבען כמעט אלע געשטימט פאר בוש, כה לוחי!
(און וועגן די סאטמער קאורט קעיס האפען מיר צו שרייבען נעקסטע וואך)

Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com