יום שלישי, ספטמבר 14, 2004

וואס איז מיט די גרויסע סאטמערע חתונה?

רבותי האפנטליך זענען אלע פראבלעמען אוועק אין בעזהשי''ת ווען מען זיך קענען זעצען שרייבען.
מסתמא ווייסט דער עולם אז אין בערך 4 וואכען ארום קומט פאר די גרויסע סאטמערע חתונה פון א אייניקעל פון ר' אהרן אינעם נעיווי יארד, און פרשטייט זיך אז פאר חתונה פון אהרן, און נאכמער-דאס די ערשטע אייניקיל פון אהרן וואס האט חתונה- וואלט עס געדארפט זיין מיט די גרעסטע פאמפע און טראסק מיט'ן גאנצען הא-לא-הא-לא. אבער צום ווינדער עט מען נישט אינעם בלאט קיין שום מעלדונג אדער באריכט וועגן די חתונה, וואס ביי די פאריגע חתונה פון אהרן וואס איז אויך פארגעקומען ר''ח חשון איז שוין גלייך נאך תשעה באב געווען פיל מיט מודעות אין באריכטען וועגען די חתונה, אבער דא איז צום ערשטען געווען א קליינע באריכט און מודעה פונעם חתונה, חוץ פון עפעס א נייע מינע מאדנע/ליצנות זאך ווי א טעלע קאנפרענץ... אבער חוץ דעם גארנישט? [וואס די חתונה איז אין אמת נאך גרעסער פון די פאריגע ווייל דאס איז די ערשטע אייניקעלס חתונה פון ר' אהרן!],
נאר ווי איך פארשטיי אזוי ווי דאס איז א זון פון מענדל, איז ווילן מען אים נישט גרויס מאכען אין ווי אויך איז דא אסאך פון די אהרונים וואס האלטען פון נישט, איז אויכט קען מען זיין ביי די סאמערע גרויסע ביהמ''ד אויף 13 הופער ווי ער דאאווענט דארט און פירט ש''ס, וויל מען אים אויכט נישט מאכען פאר רב וועגען די סיבה אויבןדערמאנט, און בכלל איז ער אדורכפאל, קוקטס ביי די מעשה אין אנטווערפען ווי ער איז געגאנגען פון אמאליגען אב''ד סאטמער... און בכלל קומט ער נישט צו צו א פינטעל פון זיין טאטע ער זוכט צו סאך כבוד, בקיצור המעשה ער איז נישט צום זאך. איז וועגען דעם ווילן מען נישט מאכען די חתונה צו גרויס... אבער מען מיז עס מאכען גאנץ גרויס עס זאל כאטש נישט זיין קיין דורכפאל פאר אהרן, ווייל זאיס דאך א די ערשטע אייניקעל פון אהרן.
און סאיז אויך מעגליך צו זאגען אז זיי ווילען מאכען דעם גרעסטען פאמפע וואס זאיז נאר שייך ביי אהרן'ס לעצטע קינד וואס איז באלד 18 איז ווילען זיי לאזען די מעין פאמפע דעלמאט'ס. ימים ידברו.

Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com