יום שלישי, אוקטובר 12, 2004

יו''ט בחצר רבויתנו

א גוטן נייעם יאר, ווי עס קוקט אויס האלטען מיר שוין נאך די לאנגע ימים טובים און מיר גייען שוין אריין צום לאנגען 6 חדשימדיגע ווינטער... איך וויל זיך אנטשולדיגען אז צלויב די 6 ברייטע ערשטע טעג יו''ט סעודות און די צווייטע טעג 6 ברייטע סעודות האב איך באקומען אסאך בויך ווייטאג איז האב איך נישט געקענט שרייבען ביז איצט,נו ווי אזוי איז אריבער אייער ש''ת... לעבט איר נאך, גאנץ אדער האלב, סאיז אינטערסאנט אז ש''ת איז געווארען א פאליטיק יו''ט, נישט נאר אין סאטמער נאר איבעראל! אין באבוב האט מען זיך ארום געשלאגען צווישען די רב הצעיר און אונגאר. מען האט אויפגעהאנגען צעטלעך אז די רב הצעיר וועט פירען טיש, און מען האט עס אראפגענומען, אין נאכדעם האט מען נאכאמאל אין יו''ט דורך גוים צירוק אויפגעהאנגען, און ביידע סיי אונגאר און די רב הצעיר האבן געפירט טיש שבת בראשית ביינאכט און למעשה האט די רב הצעיר געהאט קרוב צי טויזענט מענטשען אין אונגאר בערך 300 מענטשען.און ווישניץ ב''ב איז נישט אויכט געווען אזוי גלאט כשר... וועגן די סוכה וואס וויזניץ האט געבויט, די מענדליסטען טענהנען אז די סוכב אז נישט כשר וועגן עס איז געבויט ברשות הרבים, איז וואס גייט אן די מענדליסטען אז מעבויט ברשות הרבים זייט ווען זענען געווארען אזאלכע צדיקים, נאר מסטמא ווילען זיי האקען אויף ישראל וויפל מען קען אז ער עסט אין אן פסולע סוכה, אין די מענדליסטען האלטען אויך אז די רבי האט נישט געגעסן אין סוכה.. אבער למעשה ווען ישראל האט געפירט א באטע סוכת און נעילת החג האט ער געהאט א ריזיגע עולם, און אוך מיין אז וועגן סאטמער דארף מען שוין גארנישט שרייבען די עולם ווייסט שוין מסטמא גענוג אבער לאמיר הערן ווער האט געווינען!למעשה יעדער טענהט אז זיין זייט האט געווינען, איז ווער האט עכט געווינען..? אבער איך האלט אז ווען די ארונים וואלטען זיך נישט געלאזט פון די זלונים נאר צושטערט די אלע הקפות און איבערגעדרייט יעדען טאג די ביהמ''ד און פיזיש אנגעלערנט זאלי טעמאלטס וואלטען די ארונים געווינען, אבער ווי עס קוקט אויס האבען די זלונים מיט אזא עולם עפעס א נצחון געהאט, אבער די טעטנט פון אהרן מיט אזא עולם איז אויכט נישט אוועק צו מאכען.. בקיצור יעדער האט האלבוועגס געווינען.. , און יעצט גרייט מען זיך צום מעכ טיגען סאטמערע חתונה, נו עמיר זעהן צו די חתונה וועט דערהייבען די ארונים, [איך האף צו אפדעטען די חתונה גלייך נאך די חתונה בערך 2:30 ביינאכט]נו בקיצור ווי נאך איז געווען מחלוקת די יו''ט...

Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com