יום חמישי, אוקטובר 14, 2004

הסאטמערע חתונה

ווי דער עולם ווייס'ט קומט היינט-דארנשטאג נאכט פאר די גרויסע סאטמערע חתונה פון ערשטען אייניקעל פון אהרן, און ווי עס קוקט אויס איז שוין סאטמערע רבי געפארען צו פלארדיע ווי זיינע שומרים פונעם הויז תפיסה 550 בעדווארד עוו, טראגען אים יעדען אנפאנג ווינטער [פארשטייט זיך נאר ווען אהרן מאכט חתונה] צו פלארדיע , איז פארשטייט זיך צום חתונה וועט ער נישט קומען.., אבער ווי די ארונים שטעלן אן כאילו זיי דארפען די רבי צום חתונה, און מאכען גאנצטע יום תהלים היינט, און און זייערע שרייב מאטריעל/האטליין וכו' וויינען זיי כאילו זיי ווילען האבען די רבי מוראדיג שטארק ביים חתונה, און זיי בעטן פון די עולם אז מען זאל דאווענען אז די רבי זאל קענען קומען, בקיצור המעשה ווי עס קוקט אויס וויינען זיי מיט אזאכע קראקדיל טרערן אז איז א פחד, און ממש מען קען מיינען כאילו עס גייט זיי אין לעבן אז די רבי קומט נישט... אבער למען האמת וויינען זיי נישט אין הארץ בכלל נישט! די גאנצע זאך איז נאר א גיטער שפיל, נישט נאר זיי דארפען נישט די רבי, נאר זיי ווילען אים נישט האבען!, ווייל אויב קומט ער סאטמערע רבי צום חתונה, וועט גיין די גאנצע חתונה גייןפאר די רבי מיט אלע כבוד צוזאמען, און אהרן וועט עס נישט פירען, און זיי ווילען אז אהרן זאל הייסען אז ער איז רבי און ער פירט אלעס און די גענצע כבוד מיט די טראסק גייט פאר ר' אהרן [אבער געדענקט'ס פאר מענדלע קומט זיך גארנישט, אפילו ער זיכט רוב כבוד..],איז יעצט איז מיין שאלה אז איך פארשטיי נאך נישט פוו' זיי רופען אים נאכנישט אדמו''ד מקר''י... מיט וואס איז ער נאכנישט רבי אהרן?, אפשר ווייל טאטע לעבט נאך? איך ווייס נישט ביי מיר הייסט ר' משה טייטלבוים א לעבדיגע טויטע.., [און לאמיר זיך נישט נער'ן ווייל למעשה איז ער היינט -אהרן- סאטמערע רבי, ווייל זיין טאטע זיצט ליידער און הויס ארעסט, און זאלי קען נישט גיט פירען, אין אהרן האט למעשה רוב עולם, קיין גרויסע חכם דארף מען נישט זיין צו זעהן די פילע טויזענטער ביי אהרנ'ס הקפות, אין די קוים הונדערט ביי זלמן לייב] און די גאנצע שפיל פארשטייט יעדער איז נאר זיך צו מאכען פאר א רודף, אבער מיין מיינוג איז אז פאר די ארונים לוינט זיך ענדערש נישט צו מאכען א טראסק פון זיין טאטע, אפילו אז אפשר לוינט זיך איז וועגן די עולם וועט האלטען אז אהרן איז א רודף, (מען וועט נאך שמוסען וועגען דעם ענין אסאך), אבער למעשה לאמיר זיך נישט נערן, ר' אהרן וועט האבען א מעכטיגען עולם!! יא רבי נישט רבי, זאיס אלעס שטותים, די עיקר: ר' אהרן..., און פאר אלע זלונים א זייטיגע מודעה, אפילו עס גייט מארגען רעגנען, אין איר זענט אביסעל פרייליך, מאכט זיכער אז איר גייט נישט אריין אינעם זאל, אזוי אז ביז מארגען זאלט איר כאטש קענען שלאפען בשמחה, הצלחה רבה, מאכט זיכער אויב איר ווילט הערן די נייעס פון די חתונה צו קוקען דא בערך 2:30- 3:00 ביינאכט היינט דארנשטאג ווייל מיר וועלען בל''נ אפדעיטן די חתונהה דעלמאט'ס. *****שישו ושמחו בהחתונה הפאלטיק הגדולה*****

Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com