יום ראשון, אוקטובר 17, 2004

הסאטמרע חתונה

נו וואס זאגט דעם עולם צום גרויסען חתונה... לאמיר זיך נישט נערן זאיס געווען א ריזיגען הערליכען חתונה, צופיל הסברים דארף איך נישט געבען ווייל מסטמא האט שוין די עולם מער ווייניגער געהרט רוב פרטים פונעם חתונה, אבער למעשה די פאקט איז צו א גרעסערן עולם פון די פאריגע חתונה איז נישט געווען, די זאל די נעווי פלאזא איז בערך אזוי גרויס ווי די ארמארי (אפשר אביסעל גרעסער די נעווי פלאזא) אבער וועט מען באמערקט גיט זעהט מען אז די פאריגע חתונה איז געווען זאך שענער אהערגעשטעלט ווי ביי די איצטיגע. זיי ביים זאל אליינס און זיי אין קר''י, ערשטענס ביים זאל די מאל איז נישט געווען די 2 דריידלעך און עס איז נישט געווען די 3 טשענדלירס, אין די איינציגסטע קרוין וואס איז יא געוען איצט האט די לעקטער נישט געארבייט, אין ביי די חופה איז אויכט נישט געווען אזוי מעכטיג צוגעשטעלט ווי ביי די פאריגע חתונה, מיט די 3 שטאקן אין לייטס ארום די חופה, חוץ פינעם קרוין וואס איז די זעלבע ווי די פאריגע חתונה, אין אויכט אין קר''י וואס עס איז גארנישט דא, וואס ביי די פאריגע חתונה איז קר''י געווען הערליך באצירט! (למעשה איז טאקע סיי די אויפריף מיט די שבת ש''ב נישט געווען אין קר''י אבער ווב''ס זעהט זיך אויכט נישט אויס עפעס מוראדיג,) און בכלל ביי די חתונה איז גארנישט ארויס געקומען חוץ פון א טעיפ, וואס ביי די פאריגע חתונה איז ארויס געקומען 2 טעיפס אין אויך א האנטוך מיטן סימבאל פונעם חתונה ווי אויך היפשע ספרים/קונטרסים, וואס די חתונה זעהט זיך נישט אן, און בכלל די גאצע חתונה זעהט זיך נישט אזא מעכטיגען טראסק ווי ביי די פאריגע חתונה. וואס געדענקס דאס איז די ערשטע אור אייניקעל'ס חתונה און סאטמיר בכלל!! אבער ווי שוין דערמאנט אינעם ספטמר 14 ארכיוו איז דאס נישט קיין צופאל נאר היפשע א דווקא... אבער האפנטליך וועט ביי אהרן לעצטע קינדס חתונה זיין א טראסק שבטרסק!! אבער פאקטיש באדאם ליין, א מאסיווע עולם איז למעשה געווען אין אויף דעם קען מען גארנישט זאגען, און די שטיקעל דורכפאל ש''ת האט די חתונה איז טאטאל צונמין, אין ווי שוין אפאר טעג צורוג דערמאנט, = יא רבי נישט רבי ביי ר' אהרן מאכט עס גארנישט אויס, א מעכטיגע עולם איז געווען און עס האט אוועקגעקנאקט!! אין לאמיר זאלי לאזען פארען צוזאמען מיטען טאטע צום ביטש, און אונז וועלן מיר זיך דא פרייען מיטן גרויסע חתונה,

2 Comments:

Anonymous אנונימי said...

ביז גאנץ גערעכט, אין אויכט איז עס געווען געפרליך הייס, און צו דעם האט עס געשטינקען אויכט

11:17 אחה״צ  
Anonymous אנונימי said...

זאלי'ס טאטע גייט צום ביטש?

6:05 אחה״צ  

הוסף רשומת תגובה

<< Home


Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com