יום שישי, אוקטובר 22, 2004

ער''ש לך לך

אז די חתונה האט זיך שוין געענדיט איז אלעס איז שוין קלאר געווארען, יעדער וויסט שוין וויפל מענטשען עס איז געווען ביים חתונה, ווי שיין זאיס געווען וכדומה. אבער איין שאלה בלייבט נאך אום פארענפערט ווער האט געמאכט די געס לינק? זענען שוין די זלונים צוגעקומען צו אזא דיפרעססקייט אז זיי זענען שוין גרייט צו הרגנען און שעדיגן מענטשען, פילען זיי טאקע אז זייער גאנצע חיות פון ר' זלמן לייב האבן זיי פארלוירען, און זיי זענען זענען מקנה די ארונים אז זיי האבען אזא מעכטיגע מלוכה? ווייל זאיס אינטערסאנט מיט א 2 וואכען צורק שמיני עצרת האבן זיי דאך געהאט א נצחון! און דא קענען זיי טוהן אזא מעשה רשעות? אבער ווער זאגט אז זיי האבען עס אינגאנצען געטוהן? קען גאר זיין אז זיי האבן גארנישט מיט דעם, און ווי פארשטייט זיך וועט מען עס קיינמאל נישט עכט געוואר ווערן, זאיס אויך איטערסאנט צו באמערקן אז די מענדליסטען און זייער אפציעלע באריכטן, האבען צוגעגלייכט אז דאס וואס מיט טוט מיט די סאטמערע רבי טוט אויך מיט די וויזשינצער רבי-ב''ב, וואס זיי טענהן אז מען ברענגט נישט די וויזשניצע רבי אריין ווען מענדל איז נישט דארטן, סיאז אויכט אינטערסאנט אז די מענדליסטען פירען אן א קאמפיין אנטגעקןן דאס געבן געלט פאר די מוסדות איז זיי זאגען אז די געלט גייט פאר פאליטשע צוועגן, (פונקט ווי ישראל טעהנט אז די געלט פון די EU וואס גייט פאר אראפט גייט פאר די טעראריסטען, וואס איז למעשה אמת) ווי באנקט געפינט ר' ישראל יעצט דא אין אמעריקא ווי ער שאפט געלט פארן מוסדות,
ווי באקנט געפינט זיך רב שטיינמאן יעצט און אמריקא איז אין מאנסי גייט פארקומען א קבלת פנים פאר אים אין די אטריום פלאזא האט די הונגעריקע פופליסירי זיכער מיטן אנפירער משה בער בעק מודיע געווען אז זיי גייען מאכען א פראטעסט אגעקן אים! איך וויס איין סאך אז עס פעלט זיי אסאך שכל... למשל פאריגע וואך איז אין א יונערווערסטי (כמיין אין לאס אנגלעס) געווען א קאנפרענץ דורך א פאליסטענע ארגענזאציע וואס שציט טערער, האבן אסאך אידן ארויסגעקומען צו פראטעסטען אגעקן די קאנפערנץ. איז דעלמאטס דארטן ווי די אידן האבען פראטסטירט, איז געווען אביסעל מוסלאמענער וואס האבן פראטעסטירט אגעקן מדינת ישראל, איז צווישעין די מוסלימס איז אויך געווען די משה בער בעק מענטשען וואס זענען געקומען צו פראטעסטען אגעקן ישראל... ווי עס קוקט האבען די חברה נישט וואס צו טוהן מיט די צייט, און פאר אביסעל פופליסטי גייען זיי איבעראל! איז ווער עס האט פאר פאר זיי עפעס וואס צוטוהן אפילו מושגנע זאכען. און זיי גייען אויכט באקומען אביסעל כבוד זאל שיקען צו: 102 saadle river ,drive monsey ny 10952 יישר כוח למפרע

Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com