יום שישי, נובמבר 05, 2004

פרשת תולדות-כולנו לבוש

עס איז נישט דא צו שילדערן די פרייד פון אלע היימישע חסידשע ארדאקסישע אידן מיט געווינען פון פרעזידענט בוש צו א 2טע 4 יאר, עס דארף טאקע באמערקונג ווערן אז א רעפובליקאנער פירער זאל באקומען כמעט אלע שטימען פון די ארדאקסישע אידן, פאריגעס מאל האבען בערך 65 פראצענט גשטימט פאר גאור אין 35 פאר בוש אבער דאס מאל האבען קרוב צו 90 פראצענט! ארדאקסישע אידן געשטימט פאר בוש! למשל אין ראקלענד קאונטי ווי א ריזגען היימשען עולם וואינט, איז צום ערשטען מאל זייט רעגען, האט א רופליקאנער געווינען, וואס 51 פראצענט געשטימט פאר בוש און 48 פאר קערי, אבער פאריגעס מאל האבען 60 פראצענט געשטימט פאר גאור, ד.מ. אז די היימישי עולם האט געמאכט אז בוש האט געווינען! אין ראקלענד קאונטי, וואס ביי היימישע דיסטריקטס איז געווען כמעט אלע בוש חוץ איינצלענע,
אין לאמיר גיין צו ברוקלין: אין די ני יארק טייימס איז געווען א מאפע פון ני יארק סיטי מיט אלע דיסטריקטס אן עס האט געוויסען אז אלע דיסטירקטס האבען רוב געשטימט פאר קערי אבער אין ברוקלין ביי די היימישע געגענטער ווי ב.פ. און פלעטבוש האט בוש געווינען! וואס דאס ווייזט א מוראדיגע זאך, אז די אידן האבען געשטימט איינער וואס גוט פאר ישראל און איז שטארק אקעגן טעראר, אבער ווי פארשטייט זיך האבען די ליבראלע פרייע רעפארמער אידן געשטימט פאר קערי, וואס ליידער זענען זיי די רוב פון אלע אידן אין אמריקא, איז וועגן דעם האט קערי געהאט א 70 פראצענט וואה האבען געשטימט פאר עם, (אבער נאך נישט די קרוב צו 80 וואס וואס גאור האט געהאט) און 25 פראצענט פאר בוש (די ארדאקסשע מאכען אויס 20 פראצענט פון אלע אידן)
איז ווי מיר קומען צורק צום אנפאנג זעט זיך טאקע אז כמעט אלע היימישע האבען געשטימט פאר בוש, וואס דאס איז א געוואלדיגע דעגרייכונג, אין עס ווייזט אז די היימישען עולם פאנגט אן צורוק צו באקומען דעם שכל און שטימען פאר די רעפובליקאנער,
אין איך זעה טאקע אז זיי דא אין זיי ביי היידפארק האבען כמעט אלע געשטימט פאר בוש, כה לוחי!
(און וועגן די סאטמער קאורט קעיס האפען מיר צו שרייבען נעקסטע וואך)

Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com