יום שישי, נובמבר 12, 2004

פרשת ויצא

ווען מיר שרייבען די שורות יעצט איז שוין די די גאנצע סאטמערע קאורט קעיס שוין איינגעשלאפען, אבער לאמיר גיין אנקוקען וואס האט זיך אפגעטוהן די פאר יאר וואס עס האט זיך געצויגען און קאורט, ווען מיר קוקען צורוק 4 יאר צורוק איז די גאנצע שאלה פון די קאורט קעיס נאר געווען אז מען וועט צווינגען די זלונים צו גיין צו בי''ד, אבער אז די גאנצע סאטמרה שאלה זאל גיין צו די קאורט דאס האט שוין קיינער נישט געטראכט, אבער אין איין שטילע טאג איז עס געשען, מיט די אלע בושות וואס די ארונים האבען באקומען מיט גיין אין קאורט קוקט אויס האט זיך נישט אפגעצאלט ווייל די זלונים האבען ביזדערווייל געווינען די קאורט קעיס אבער דאס אז די ריכטער איז געווען אגאנצע צייט מיט פסק נאך פאר ארויסגעבן די פיינעל פסק מיט די זלונים וואלט עס געדארפט אנצינדען ביי די ארונים א ווארנוג אז די דזשאש איז נישט גוט פאר זיי, למעשה האבען די ארונים געבעטן א נייעם ריכטער אבער עס איז זיי נישט געגאנגען, איז יעצט א שאלה פארוואס האבען די ארונים נישט געקענט צו א הויכע קאורט מיט'ן טענה אז מ'כאפט אוועק סאטמער רבי פון זיין זוהן ר' אהרן ווייל ער קאלעכט? אבער קוקט אויס די מזל שפילט נישט מיט די ארוינים
אוך וויל יעצט אריבער גיין צו א מעשה פון דער בלאט: און חדשות אנ''ש האט א שרייבער געשריבען אז אין דער בלאט איז געווען א בילד פון א מגן דוד, (און עס איז טאקע געווען איין שרייבער וואס האט געשריבען אז מען דארף זיך נישט משוגה מאכען מיט א מגן דוד ווייל קיינער אינטערסירט עס מער נישט) און למעשה האט דער בלאט די וואך יא אויסגעמקט די מגן דוד, פארשטיי איך נישט, די בלאט מאכט זיך וויסדינג פון דעם? קיין איין סאטמערער גייט נישט סטאפען לייינען דער בלאט וועגן א מגן דוד, איז פארוואס קען נישט דער בלאט אפציעל אנפאנגען פרינטען מגן דוד'ס ביי א ארווערדייזמענט פון וועם האבען זיי מורא? פון דער איד אז עס וועט זיי אטאקין? עס וועט מימילא נישט אויסמאכען ווייל די זלונים וואס קויפען נישט דער בלאט וועלן עס ווייטער נישט קויפען און די וואס קויפען עס יא קויפען עס ווייל זיי ווילען זען וואס די ארונים שרייבען, און ווייטער קיין ארויני וועט נישט סטאפען און סיי סתם אסאטמערער וועט נישט סטאפען ווייל די גאנצע איסורדיגע מגן דוד וכו' איז שוין לאנג אינדערערד איז וועסט נאר פארדינען פון די אגודיסטען וואס וועלן עס שטיצען אדער אדווערטייזען, איז נישט בכלל דא וואס מורא צו האבען איז אויב אזוי פארוואס וועלן זיי נישט פרינטען קיין מגן דוד'ס וכו'? א גרויסע שאלה
מסטמא האט שוין די עולם באמערקט אז עס איז ארויסגעקומען א נייע אידשע צייטונגhttp://yiddish.bravehost.com אויפן אינטערנעט, איז ערשטענס ווינטש אך אים הצלחה רבה און איך האף ער וועט מצליח זיין, (וועגן דעם באריכות האפנטליך אן אנדרעןמאל) נאר איך וויל עם דאנקען פאר'ן לייגען א לינק פון מיין בלאק אויף זיין וועבסייד, וואס אויב די עולם האט באמערקט בין איך נישט געלינקט און קיין איין בלאק (חוץ פון דבר אחר-שכוח) ווייל עס קוקט אויס ווי דער בלאגס ווילען מיך באזייטיגען, אבער געדאנקט דעם באשעפער בין איך שטארק מצליח דא, און איך בעזהשי''ת וועל איך ווייטער מצליח זיין

Click Here
FREE hit counter and Internet traffic statistics from freestats.com